מינכען – אן איינוואוינער אין מינכען, דייטשלאנד זאגט אז ער האט שוין געהאט גענוג פון דער אומדערטרעגליכער טראפיק אין שטאט, און אנשטאט האט ער אנגעהויבן שווימען יעדן טאג צו דער ארבעט. דער מאן איז בענדזשעמין דעיוויד, וועלכער זאגט אז ער פלעגט יעדן טאג נעמען דעם באס אדער פארן מיט זיין ביציקל, פארנדיג פון איין עק טאון, וואו ער וואוינט, צו דעם אנדערן עק, און עס האט געקענט דויערן כמעט א שעה, רוב דערפון סתם זיצנדיג אין טראפיק און ניטאמאל זיך רירן. האט ער דעריבער באשלאסן זיך איינצוקויפן א ספעציעלן "שווים זאק" און דורכשווימען דעם "איסאר טייך", וועלכע לויפט פון איין עק שטעטל צום אנדערן, און אזוי שווימט ער יעדן טאג צו דער ארבעט, און עס דויערט אים בלויז 12 מינוט פון זיין היים ביז'ן אפיס...

בילד: גענוג מיט די טראפיק, לאמיר שווימען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל