דורך יונה כהן

אגודת ישראל פון אמעריקע האט בשותפות מיט אנדערע, זיך איינגעשלאסן דורך איינגעבען אין געריכט צוזאמען מיט אנדערע נאצינאלע אידישע ארגאנאזאציעס - א פריינד-פון-קאורט העפטל אין אוגוסט דעם 4'טען צו שטיצן דעם חב"ד שול אין איסט בּאָקאַ-ראַטאָן פלארידא.

אגודת ישראל צוזאמען מיט חב"ד-לובאוויטש וועלט הויפטקוואטיר, דער או.יו. און הסתדרות הרבנים פון אמעריקע האבען איינגעגעבען דעם העפטל געשריבען דורך דעם באקאנטן הארווארד פראפעסאר אלען דערשאוויץ.

שוין 10 יאר וואס די קעיס, וואס רופט זיך "געגליארדי קעגען די שטאט פון באקא-ראטאן", שטערט די פלענער פון חב"ד פון באקא ראטאן פון אויפבויען א נייע שול, אויף די סמך פון לעכערליכע לעגאלע קלאגעס אין בעסטען פאל, אדער צוליב פשוט'ע אנטיסעמיטיזם אין ארגסטן פאל. דער קעיס איז אייגענארטיק ווייל נאכדעם וואס דער שטאט האט אין 2008 געענדערט זייער זאונינג דעסקרימענירונג געזעצן אז געבעט-הייזער זאלען האבען די זעלבע געזעצען ווי אנדערע אזעלכע געביידעס וואס זייער צוועקן זענען נישט רעליגעז. אבער פארט האבען איינצעלע בירגער איינגעבען א קלאגע צו שטערן דעם אויבוי פון דער חב"ד שול.

טראץ דעם וואס חב"ד פון באקא-ראטאן האט געהאט 2 געווינסען אין קאורט אין איין יאר, טוט חב"ד זיך ראנגלען מיט זייערע קעגנער וואס האבען אפּיליערט צום פעדעראלער קאורט אוף אפּיעלס פון דער 8'טער בּאצירק.

אגודת ישראל און אנדערע "פריינד" האבען א שטארקע אינטערעס צו שוצען חב"ד'ס קאנסטיטוציע רעכטן צו בויען דעם שול. א לעגאלע רעכט וואס איז שוין אנערקענט געווארן מערערע מאל אין קאורט, טראץ די טענות פון קירכע-סטעיט ענינים.

אגודת ישראל האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין פארמאלאזירן דעם באקאנטע ארגענעלע געזעץ וואס רופט זיך ####. דער געזעץ וואס איז א דורך אין יאר 2000 לאזט נישט קיין שום רעגירונגס קערפערשאפטן צו קענען ארויפלייגען זאונינג געזעצן רעגולאציעס אויף יחידים אדער אויף ארגאנאזאציעס צוליב זייער רעליגיע, אוHך שוצט דער געזעץ די רעכטן פון ארעסטאנטן אין תפיסה.

דער העפטל טענה'ט אז אויב מ'וועט אנעמען די קלאגע קעגען חב"ד – וואס טענה'ט אז דער יושר'דיגע באהאנדלונג לגבי חב"ד איז א פארלעצונג פון די רעכטן פון די אָנקלאגער'ס רעכטן, וועט עס איבערדרייען דער כונה פון דער ארגענעלע געזעץ און וועט מאכען שווערער פאר רעליגעזע גרופעס צו באקומען זאונינג ענדערונגען אדער אויסנאמעס.

"צוליב אט אזעלעכע סיטואציעס האט מען געמאכט דעם געזעץ און צוליב דעם האט אגודת ישראל זיך אריין געלייגט דאן בעובי הקורה און אנגעפירט די מערכה פאר'ן געזעץ" האט געזאגט הרב אבא קאהן, וויצע פרעזידענט פאר פעדעראלע אייגעלעגענהייטן און דער דירעקטור פון דער אגודת ישראל אפיס אין וואשינגטון די.סי.

"דער אמעריקאנער ארטאדאקסישע קהילה שטייט באחדות קעגען דעם איבריגקייט און שלעכטע מאטיוואציע פון דער קלאגע און מיר שטייען אינאיינעם מיט חב"ד פון בּאקא-ראטאן פון פלארידא" האט געזאגט הרב משה מאץ דער דירעקטור פון אגודת ישראל אין פלארידא. "אמעריקאנע ארטאדאקסישע אידען זענען פולשטענדיגע בירגער און האבען די זעלבע רעכטן וואס אנדערע גלויבונגס האבען צו בויען א געבעטס הויז פאר זייערט וועגן, מיר טארן נישט פארשווייגען דעם פארלעצונג פון רעליגעזע פרייהייט".

בילד: אגודת ישראל שליסט זיך איין אין קאמפף פאר פלארידא חב"ד שול

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל