טראץ וואס זי האט זיך צוגעשטעלט צו די שטייפע סאנקציעס קעגן איר שכן נארט קארעא איז כינע נאכנישט קיין בוזעם פריינט פון אמעריקע, אזוי האט די אפיציעלע רעגירונג אָרגאַן קלארגעשטעלט היינט, און שטארק אראפגעריסן פרעזידענט טראמפ׳ס ״אומפאראנטווארטליכע רעטאריק״, און האבן קלאר געשטעלט אז כינע בלייבט א פריינט פון נארט קארעא טראץ די סאנקציעס, אינעם ארטיקל שרייבן זיי אז אויב וועט נארט קארעא אטאקירן ערשט אמעריקאנער אינטרעסן וועט כינע בלייבן נייטראל, אבער אויב וועלן די מערב וועלט לענדער אטאקירן צום ערשט נארט קארעא דאן וועט כינע נעמען שריט דאס צו פארמיידן און וועט זיך אננעמען פאר נארט קארעא, זי שרייבט אז עס איז אין די אינטערעסן פון כינע אז די פאליטישע צושטאנד אינעם האלב-אינזל זאל נישט געטוישט ווערן און ווארנט אז א פרואוו צו אומווארפן די רעזשים אין נארט קארעא וועט ברענגן א שארפע רעאקציע פון כינע.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס א אינצידענט אינעם כינעזער ים האט אויפגעברויזט כינע, ווען א אמעריקאנער מיליטערישע שיף האט זיך דערנענטערט צו א מיליטערישע אינזל אינעם כינעזער ים, א טעראטאריע וועלכע אמעריקע אנערקענט נישט די סואווראניטעט פון כינע דערויף, כינע האט באזונדער גאר שארף רעאגירט צו די אינצידענט און האט עס אנגערופן א פארלעצונג פון אינטערנאציאנאלע געזעץ און א דירעקטע פראווקאציע.

בילד: כינע שטעלט קלאר: מיר זענען נישט אליאירט מיט אמעריקע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל