טראץ די עפטליכע רעטאריק האט אמעריקע געעפנט א געהיימע קאנאל פון פארבינדונג מיט די רעזשים אין נארט קארעא, אזוי דעקט אויף די ׳אסאסישעיטעד פרעס׳ היינט. די געהיימע געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער האלטן שוין אן עטליכע מאנאטן, און עס איז שוין פארהאנדלט געווארן די צושטאנד פון די אמעריקאנער ארעסטאנטן אין נארט קארעא און אויך די מיליטערישע אנגעצויגנקייט.

די געשפרעכן ווערן אפגעהאלטן אין ניו יארק צווישן דער הויפט אמעריקאנער דיפלאמאט פאר נארט קארעא יוסף יון און צווישן די פארשטייער פון נארט קארעא וואס געפונען זיך אין ניו יארק, אין די סטעיט דעפארטמענט רופט מען דאס די ״ניו יארק קאנאל״ און אויך אין די טעג טוען די זייטן אויסטוישן אינפארמאציע און האלטן אפ געשפרעכן, דער סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן דרוקט אויס שטארקע האפענונג אויף די קאנאל און האט עס עפנטליך אנערקענט אין די לעצטע טעג ווען ער האט געזאגט אז אמעריקע האט אנדערע וועגן צו שיקן ווארנונגען צו נארט קארעא נישט דורך די עפנטליכקייט.

די זעלבע קוועלער געבן איבער פאר די אסאשיעטעד פרעס אז פרעזידענט טראמפ איז מער אפן צו א דיאלאג מיט נארט קארעא ווי באראק אבאמא, און אז פרעזידענט טראמפ טוט נאכאנאנד אונטערשטרייכן אז ער איז גרייט פאר דירעקטע געשפרעכן מיט נארט קארעא, א זאך וועלכע פרעזידענט אבאמא האט קיינמאל נישט געזאגט, (ווארשיינליך אויס שרעק פאר די זעלבע וועלכע שטיצן היינט פרעזידענט טראמפ).

בילד: טראץ ווילדע רעטאריק: אמעריקע און נארט קארעא שטייען אין פארבינדונג



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל