די מאדורא רעזשים איז אונטער שטארקע אינטערנאציאנאלע דרוק צוליב אירע ברוטאלע שריט פון אונטערדריקן די אפאזציע, און איז געקומען אונטער שארפע סאנקציעס פון אמעריקע, און שטייט אויס דיפלאמאטישע דרוק אין סאוט אמעריקע, אבער ווער עס קומט צוהילף פאר די רעזשים איז פארשטייט זיך מאסקווע און פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וועלכע האבן זיך שוין געמאכט א רעפוטאציע צו שטיצן דיקטאטורן וועלכע מערדערן זייערע בירגער אנגעהויבן ביי אסאד אין סיריע.

די ׳רויטערס׳ נייעס באריכט געט איבער אז די רעגירונג קאטראלירטע אויל קאמפאניס אין רוסלאנד זענען אין געשפרעכן מיט ווענעזועלע צו איבערנעמען קאנטראל פון אירע אויל פעלדער אין אויסטויש פאר א פלוס פון קעש וועלכע וועט קומען פון מאסקווע און ראטעווען די רעזשים פון עקאנאמישע צוזאמענבראך. די רוסישע פירמע האט שוין אין די לעצטע יאר געשיקט איבער א ביליאן דאלער פאר די רעזשים אין אויסטויש פאר אויל אפמאכן, א זאך וואס ערלויבט די רעזשים צו אנהאלטן איר מיליטערישע רעזשים און באקעמפן די פאליטישע אפאזיציע. די אויל אפמאכן צווישן רוסלאנד און ווענעזועלע ערלויבט די רעזשים צו פארקויפן ווייטער איר אויל צו אנדערע לענדער און פארמיידן די עקאנאמישע סאנקציעס.

בילד: רוסלאנד שטיצט אונטער הינקעדיגע ווענעזועלע רעזשים



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל