גאווערנער ענדרו קאומא האט היינט אונטערגעשריבן א געזעץ וואס טוט פארביטן צו האבן סורועילענס ווידיא וועלכע טוט פארלעצן די פריוואטקייט פון שכנים, אונטער דעם געזעץ טאר מען נישט רעקארדירן דעם שכנ׳ס בעקיארד אדער אנדערע פריוואטע שטחים אונטער׳ן פרייען הימל, דאס געזעץ קומט פארריכטן א לאך אין א ענליכע געזעץ וואס איז דורכגעפירט געווארן אין 2003 אונטער וועלכע עס איז שטראפבאר צו רעקארדירן דורך א פענסטער וואס טוט זיך אונטער א צווייטנס ווענט, אבער בעקיארדס זענען נישט געווען אריינגערעכנט אינעם געזעץ, לויט דעם געזעץ וועט א שכן קענען אריינגעבן א לאוסוט קעגן א שכן אויב ער ווערט רעקארדיט מיט׳ן ציל צו שטערן זיין פריוואטקייט.

בילד: סורוועילענס פון שכנ׳ס בעקיארד אומלעגאל אין ניו יארק



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל