די קאמערציאלע ריעל עסטעיט מארקעט אין ניו יארק האט געזען א טראסק פון 39% אין די סומע פון געלט וועלכע איז אריינגעלייגט געווארן אין די מארקעט אין די ערשטע 6 מאנאטן פון 2017 קעגן די זעלבע פעריאדע א יאר פריער. די טראסק איז געזען געווארן אין אלע 5 באראס מיט א אויסנאם פון סטעטן איילענד, די נידערונג איז געווען 6% אין די צאל טראנסזאקציעס אין אלע קאטעגאריע פון קאמערציאלע ריעל עסטעיט ווי האטעלס, וועירהויזעס א.ד.ג. פאראיאר אין די ערשטע זעקס מאנאטן האט מען געזען א טאטאל פון 39 ביליאן דאלער אין קאמערציאלע ריעל עסטעיט טראנזאקציעס און היי יאר איז עס אנגעקומען צו 18 ביליאן. די באדייט דערפון איז אז די סעילס זענען אויף א קלענער פארנעם און די מאסיווע וואוקס נאכ׳ן עקאנאמישן קראך פון 2008 ווערט פארשטייטערט. אינטערסאנט אז אין די זעלבע צייט האט מען אין סטעטן איילענד געזען א פארקערטע טרענד און ריעל עסטעיט איז געשטיגן מיט 61% צו ארום 300 מיליאן דאלער אין קאמערציאלע פארקויפן.

בילד: קאמערציאלע ריעל עסטעיט אין ניו יארק שטארק געפאלן אין ערשטע העלפט פון 2017

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל