טראץ וואס פרעזידענט טראמפ האט געווארנט אז ער וועט לאזן אבאמאקעיר ״אויסגיין״ דורך נישט אריינלייגן קיין פעדעראלע געלטער אינעם פראגראם, האט אבער א ווייסע הויז ווארטזאגער געזאגט אז דערווייל וועט די פעדעראלע רעגירונג ווייטער אריינלייגן די געלטער אין די מארקעט. די באשלוס קומט נאכדעם וואס א שטודיע דורך די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנאלע בודשעט קאמיטע האט געצייגט אז דאס אפשטעלן די סובסידיע וועלן הייבן די אלגעמיינע פרימיום׳ס וואס קאסטומער׳ס דארפן צאלן מיט איבער 20%, א זאך וואס קען ברענגען א באלדיגע אויפברויז קעגן די אדמינסטראציע און האבן א פארקערטע עפעקט.
די אומזיכערהייט ארום די צוקונפט פון אבאמא קעיר האט שוין געברענגט עטליכע גרויסע פירמעס צו פארלאזן די אבאמא קעיר מארקעטס צוליב זארג פון שווערע שאדן אין פאל די רעגירונג לאזט די מארקעט קראכן. די סובסידיעס זענען געצילט פאר אמעריקאנער וועלכע פארדינען אונטער 30,000$ יערליך, וועלכע זענען געדעקט אונטער אבאמאקעיר, די סובסידיעס באטרעפן ארום 10 ביליאן דאלער יערליך, און ווערן אויסגעצאלט אויף א חודש׳ליכע באזיס.
פילע עקספערטן אינעם פעלד פון העלט קעיר ווארענען אז אפגעזען פון די חסרונות פון אבאמא קעיר און די וויכטיגקייט צו טרעפן אן ערזאץ פעלט אויס צו דערווייל פארזיכערן די פירמעס אז די פעדעראלע רעגירונג איז פארפליכטעט צום דעם געזעץ פון לאנד, און די רעטאריק פונעם פרעזידענט איבער לאזן אבאמאקעיר ״אונטערגיין״ אן טרעפן א אלטערנאטיוו טוט ברענגען אומגעהויערער עקאנאמישע שאדנס צוליב די אומזיכערקייט פון די מארקעט, עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן האבן געבעטן דאס ווייסע הויז צו קלארשטעלן אז מען וועט נישט לאזן פאלן די לאסט אויף די שוואכע פארדינער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה