דער מעיאר פון פיניקס אריזאנע גרעג סטענטאן האט אין א געשריבענע סטעיטמענט אויסגעדריקט אנטוישונג איבער דעם באשלוס פון פרעזידענט טראמפ צו אפהאלטן א פאליטישע ראלי קומענדיגע דינסטאג אין זיין שטאט, זאגנדיג אז עס האנדלט זיך פון א סענסיטיווע צייט אין אמעריקע אין וועלכע דער פרעזידענט דארף זיין קאנצעטרירט אין היילן דאס פאלק און צוזאמענברענגען די שטארק צוטיילטע אמעריקע, ספעציעל אין ליכט פון די גרויסע ווייטאג וואס הערשט אין פארשידענע מינאריטעט געמיינדעס צוליב די געמישטע רעאקציע פונעם פרעזידענט צו די האסן פארברעכנס אין ווירדשיניע.

דער מעיאר שרייבט ״ספעציעל אויב דער פרעזידענט קומט מעלדן זיין באשלוס צו פארדאנירן דעם שעריף ארפייא דאן איז קלאר אז זיין ציל איז צו ווייטער צולייגן ברענשטאף צו די פייער וואס צוטיילט אמעריקע״ דער מעיאר פון פיניקס האט געזאגט פאר די פרעסע אז פיניקס איז א שטארק פאליטיש-צוטיילטע שטאט און פילע פון די לאטינא געמיינדע זענען שטארק פארווייטאגט אויף שעריף ארפייא וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט׳ן טשעפענען די מינאריטעט געמיינדעס, און געזאגט אז ער איז באזארגט אז דער פרעזידענטס באזוך קען ברענגען איבריגע אומרוען.

די ראלי דינט אלס א געלעגנהייט פאר׳ן פרעזידענט זיך צו אפרעכענען מיט זיינע קעגנער אין די פארטיי, טראמפ איז אין די לעצטע טעג שטארק אראפגעריסן געווארן דורך ביידע רעפובליקאנער סענאטארן פון אריזאנע, סענאטאר דשאן מ׳קעין און סענאטאר דשעף פלעיק, און פאליטישע עקספערטן זענען ביי די מיינונג אז ער וועט אויסנוצן דעם ראלי צו זיך אפרעכענען מיט דשעף פלעיק און אינדארסירן זיין אפאנענט אין די קומענדיגע רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט.

בילד: מעיאר פון פיניקס אפעלירט צום פרעזידענט צו אפרופן געפלאנטע ראלי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל