וויצע פרעזידענט מייק פענס האט איבערגעהאקט א לאנג געפלאנטע באזוך אין סאוט אמעריקע און קערט זיך היינט אום צו די פאראייניגטע שטאטן ווי ער וועט מארגן אפהאלטן א זיצונג מיט׳ן פרעזידענט אין די פרעזידענטליכע רעזארט קעמפ דעיוויד, די שטאב פון מייק פענס האט איבערגעגעבן אז דער וויצע פרעזידענט האט אפגערופן אלע זיינע פלענער פאר די קומענדיגע טעג און וועט אנשטאט דעם זיין מיט׳ן פרעזידענט. די זיצונג איז אפיציעל איבער נארט קארעא, אבער עס וועט ווארשיינליך אויך דינען אלס געלעגנהייט פאר׳ן וויצע פרעזידענט צו פארריכטן די שטארקע שאדנס וואס איז אנגעמאכט געווארן אין די לעצטע טעג צוליב דעם פרעזידענט׳ס קאמענטארן און די ריס וואס עס האט געשאפן צווישן דעם פרעזידענט און די רעפובליקאנער פארטיי.

בילד: אין ליכט פון פאליטישע שטורעם: מייק פענס האקט איבער אויסלענדישע באזוך



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל