דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דאנא ראערבעכער פון קאליפארניע ווערט אפט באצייכנט אלס ״דער פארשטייער פון פוטין אין קאנגרעס״ און נעמט אלעמאל א פרא-רוסלאנד און פרא-פוטין שטעלונג, יעצט האט דער קאנגרעסמאן גענומען זיין פרא-רוסישע אקטיוויזם צו א נייע שטאפל און האט אפגעהאלטן א זיצונג פון דריי שטונדן מיט דער גרינדער און אנפירער פון ״וויקיליעקס״ דשוליאן אסאנדש אין וועלכע ער האט אנגעבליך באקומען אינפארמאציע וועלכע טוט קלאר איבערווייזן אז רוסלאנד איז נישט געשטאנען אונטער די סייבער אטאקעס קעגן די דעמאקראטישע הויפטקווארטירן און נישט זיי זענען געשטאנען אונטער די ליעקס וועלכע האבן געברענגט שאדן פאר הילערי קלינטאן. זי זיצונג איז פארגעקומען אין די אמבאסאדע פון עקוואדאר אין לאנדאן ווי אסאנדש האלט זיך.

בילד: אמעריקאנער קאנגרעסמאן טראמפ זיך מיט זשוליאן אסאנדזש



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל