דער פרעזידענט האט נעכטן זיך ווידער אומגעקערט צום פאדיום און אפגעהאלטן א קאמפיין סטיל ראלי מיט זיינע שטיצער אין אריזאנע, און ווידער באוויזן צו פאראורזאכן א פאליטישע שטורעם מיט א רייע פון קאנטראוועסיאלע אויסדריקן און פארדרייטע פאקטן וואס האבן ווידער אונטערגעשטראכן זיינע פראבלעמאטישע באציאונגען מיט פאקטן. און ספעציעל די היציגע קאמפיין רעטאריק וואס ער האט גענוצט, א זאך וואס איז פרעצעדענטלאז פאר א אמטירנדער פרעזידענט.

ער האט גענוצט זיין קאמפיין סטיל און געגעבן זיין געווענליכע ראלי רעדע אין וועלכע ער האט זיך געגרויסט איבער די ריזיגע מאסן וועלכע באטייליגן זיך ביי די ראליס, און דאן געזאגט אז ״מען קען פרעגן די סיקרעט סערוויס, עס זענען דא זייער ווייניג פראטעסטירער אינדרויסן״ אין די צייט וואס עס האבן זיך פאקטיש געפונען אינדרויסן פילע טויזנטער פראטעסטירער, ער האט דאן גענוצט א גרויסע טייל פון זיין רעדע צו אראפרייסן די פרעסע און זיי באצייכנט אלס ״פיינט פון דעם פאלק״ און געווארנט אז ״זיי ווילן אוועקנעמען ענקער היסטאריע און קולטור״ און נאך אזעלכע ענליכע פערל ווערטער.

די גאנצע רעדע איז געווען א טיפישע טראמפ קאמפיין ראלי, אבער די רעטאריק איז געווען מער היציג און ווילד, ער האט געהעצט קעגן די מידיע און קעגן זיינע פאליטישע קעגנער ווי קיינמאל פריער. צווישן אנדערע האט ער אראפגעריסן דעם קראנקן סענאטאר דשאן מ׳קעין פאר נישט שטימען מיט די רעפובליקאנער אויף העלט קעיר, ער האט נישט דערמאנט זיין נאמען אבער האט צוגעקוקט מיט פארגעניגן ווי די פארזאמלטע שרייען לאזונגען קעגן אים.

ער האט אויך זיך בארימט מיט זיינע אנגעבליכע ״דערגרייכונגען״ און געזאגט אז ״איך גלייב נישט אז עס איז דא נאך א פרעזידענט אין די היסטאריע וואס האט דערגרייכט אזויפיל אין די ערשטע זעקס מאנאטן אין אמט״ און נאך ענליכע באזיסלאזע בארימערייען, אין די זעלבע צייט וואס ער האט באשולדיגט די דעמאקראטן און די רעפובליקאנער פאר׳ן נישט ערלויבן פארשריט.

איינע פון די הויכפונקטן אין די רעדע איז געווען ווען ער האט גערעדט איבער שעריף דשאו ארפייא, ער האט געמאלדן אז ״ער וועט זיין פיין״ און נישט זיצן אין טורמע, אבער גלייכצייטיג קלארגעשטעלט אז ער טוט ״נישט״ מעלדן אז ער וועט אים פארדאנירן וויבאלד ער וויל נישט פאראורזאכן קיין קאנטראווערסיע…

די רעדע האט געברענגט אנטוישונג ביי די וועלכע האבן געהאפט אז דער פרעזידענט זוכט צו נעמען א מער רואיגע און ווייניגער קריגערישע טאן, ספעציעל נאכדעם וואס ער איז שטארק אויסגעלויבט געווארן פאר זיין רעדע א טאג פריער אין וועלכע ער האט גענוצט גאר א עלעקטוואנטע שפראך און בארואיגט די געמיטער.

בילד: פאליטישע ראלי אין אריזאנע פלאמט ווידער אויף פאליטישע צוטיילונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל