אין זיין קאמפיין רעדע נעכטן אין אריזאנע פאר א פארזאמלונג פון שטיצער האט דער פרעזידענט ווידער פארשפראכן צו האלטן זיינע פארשפרעכונגען, און האט צוגעזאגט אז ער האט נישט אויפגעגעבן זיין טרוים פון בויען א מאסיווע גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, דער פרעזידענט האט געזאגט אז אויב וועט ער נישט קענען באקומען א באשטעטיגונג פון קאנגרעס פאר א 1.6 ביליאן דאלער בודזשעט צו בויען דעם וואנט דאן וועט ער צווינגען א רעגירונג שאטדאון ביז ער באקומט דאס.

אויב קאנגרעס פירט נישט דורך א בודזשעט ביז סעפטעמבער 30 דאן וועט די פעדעראלע רעגירונג אויסלויפן פון פאנדן, א זאך וואס וועט צווינגען א פעדעראלע שאטדאון וואס באדייט אז די פעדעראלע סערוויסעס ווערן איינגעצוימט און די געהעלטער פאר די הונדערטער טויזנטער ארבייטער פון די פעדעראלע רעגירונג ווערן נישט באצאלט, פרעזידענט טראמפ האט געזאגט ״מיר וועלן בויען דעם וואנט, און אויב די דעמאקראטן וועלן זיך קעגנשטעלן וועט די רעגירונג זיך שליסן״

דער סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער און קאנגרעס פרוי נענסיע פעלאוסי, די לעגיסלאטיווע פירער פון די דעמאקראטן האבן שוין נעכטן רעאגירט זאגנדיג אז די דעמאקראטן וועלן אויף קיין שום פאל נישט שטימען פאר אזא פארשלאג און אויב עס וועט ברענגען א שאטדאון דאן איז עס דעם פרעזידענט׳ס שולד. ״נעכטן האט דער פרעזידענט פארשפראכן כאאס און ווייטאג פאר מיליאנען פאמיליעס אויב ער פירט נישט אויס זיין אגענדע פון בויען א איבריגע, קאסטבארע, אומפעקטיווע וואנט״ האבן זיי געזאגט אין דעם סטעיטמענט.


בילד: פרעזידענט פארשפרעכט צו קעמפן פאר גרעניץ וואנט אפילו אויב עס ברענגט ״שאטדאון״



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל