עטליכע טויזנטער פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט פארנט פון די סטאדיום אין וועלכע פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן זיין קאמפיין-סטיל ראלי נעכטן ביינאכט אין פיניקס אריזאנע. די פראטעסטירער האבן אים אראפגעריסן פאר זיין ראקציע צו די לעצטערע געשעענישן אין לאנד און איבער זיינע קאמנטארן וואס זיי באשולדיגן עס צו זיין סימפאטיש צו עקסטרעם רעכטע ווייסע סופערמאסיסטישע גרופעס.

געציילטע פראטעסטירער האבן נישט אויסגעפאלגט פאליצייאישע אנווייזונגען און אנגעברענגט כאאס און ראיאטן, און פאליציי האט גענוצט טרערן גאז צו פארטרייבן די פארזאמלונג. א זאך וואס האט געברענגט קריטיק אויף די פאליציי, און דער אריזאנע פאליציי שעף האט געזאגט אז ער וועט עפענען אן אויספארשונג צו אריינקוקן דערין און זעהן אויב פאליציי האט גענוצט איבערגעטריבענע מאכט.

אינעווייניג אין זאל האט דער פרעזידענט אראפגעריסן די פראטעסטירער און געזאגט אז עס איד דא בלויז א קליינע צאל פראטעסטירער, און געזאגט אז זיי זענען אנארכיסטן וואס באלאנגען פאר ״אנטיפא״. ער האט אויך פרובירט צו פארענטפערן זיין צומישטע רעאקציע צו די נעא-נאצי ראלי און מארד וואס איז פארגעקומען אין שארלאטעסוויל, און האט ארויפגעליינט פון א צעטל די ערשטע רעאקציע וואס ער האט געגעבן אין וועלכע ער האט פארדאמט ״ראסיזם פיינטשאפט און געוואדלטאטן״ און געזאגט אז די פרעסע האט נישט באריכטעט איבער זיין רעאקציע און אים אומזיסט אראפגעריסן, ער האט אבער פארשטייט זיך אויסגעלאזט די ווערטער ״אויף ביידע זייטן״ די זאץ וואס האט געברענגט די שטורעם און אויפברויז.

ער האט באשולדיגט די מידיע אז זיי האבן פאבריצירט א פאלשע שטורעם טראץ וואס די קריטיק איז געקומען פון יעדע איינציגע פאליטיקאנט פון זיין אייגענע פארטיי און נעכטן נאכט האט נאך פאול רייען געזאגט ״דער פרעזידעט האט אנגעמאכט א סאמאטוכע מיט זיין שלימזל׳דיגע רעאקציע צו שארלאטעסוויל״.

בילד: שטארקע פאליציי אנוועזנהייט

בילד: פאליציי נוצט כוחות

מאפע: די טראמפ ראלי און די אנטי-טראמפ פראטעסטן



שילד: אריזאנע: ווארף טראמפ! זאג "ניין" צו ווייסע ראסיזם

בילד: הונדערטער פראטעסטירער קעגן טראמפ


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל