פאריז - דער איסלאמישער טעראריסט וועלכער האט ברוטאל דערמארדעט מרת שרה חאלימי הי"ד אין פראנקרייך מיט 4 חדשים צוריק, איז טראנספערירט געווארן צו א טורמע, וואס דאס האט געברענגט פרישע האפענונג אז ער וועט יא אויסשטיין א פראצעס פאר זיין קאלטבלוטיגן אקט. דער טעראריסט קאבילי טראוארע איז ביז יעצט געהאלטן געווארן אין א טורמע פאר גייסטישע ליידנדיגע, נאכדעם וואס זיינע לאיערס האבן גע'טענה'ט אז ער ליידט אויף א גייסטישער קרענק און אז ער האט אפילו נישט געוואוסט וואס ער טוט בשעת'ן דערמארדן די אידישע פרוי - אן אויסרייד וואס ס'האט אויסגעזען ווי די פראנצויזישע אויטאריטעטן אקצעפטירן. אבער פרייטאג איז ער טראנספערירט געווארן צום פרעסנעס טורמע נעבן פאריז, און די פאריזער אידישע געמיינדע זאגן אז זיי קוקן ארויס צו הערן ווייטערדיגע אפדעיטס פון די פראנצויזישע רעגירונג פראקורארן וועלכע האבן זיך דערווייל אנטזאגט צו נעמען גאר ערנסטע שריט איבער חאלימי'ס מארד.

בילד: קעיס איבער שרה חאלימי הי״ד מאכט פארשריט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל