פאריז - פראנצויזישע רעגירונג באאמטע זאגן אז אין די לעצטערע מאנאטן האבן זיך צוריקגעקערט נאענט צו 300 פראנצויזישע בירגער וועלכע האבן געקעמפט אויפ'ן פראנט פאר דער אייסיס טעראר גרופע אין סיריע און איראק. די באאמטע זאגן אז אלעס אינאיינעם שאצט מען אז 700 פראנצויזישע בירגער זענען געפארן אין די לעצטע 4 יאר צום מיטל מזרח זיך אנצושליסן אין אייסיס, און די רעגירונג האט א גענויען ציפער פון 271 וועלכע האבן זיך שוין צוריקגעקערט און אלע פון זיי זענען אונטער אויספארשונג און אונטער נאכאנאנדע סורוועילענס. די ציפערן פון פראנקרייך איז געקומען אין דער זעלבער צייט וואס מען האט געהערט פון א פארלאמענט מיטגליד אין ענגלאנד אז ס'זענען דא מער ווי טאפלט בריטישע מוסולמענער אין אייסיס ווי בריטישע מוסולמענער אין בריטישן מיליטער. לויט'ן חשבון זענען דא 1500 בריטישע מוסולמענער אין אייסיס, און נאר ארום 500 בריטישע מוסולמענער אין בריטישן מיליטער.

בילד: אייראפעאישע דזשיהאדיסטן קומען אהיים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל