בראזיל - די גרעסטע מאכטן אין דרום אמעריקע האבן נעכטן דערקלערט אז זיי ווילן אז ניקאלעס מאדורע זאל אפטרעטן פון אמט אין ווענעזועלע און זאל ערלויבן א טראנזישאן רעגירונג איבערצונעמען קאנטראל. דער שארפער מעסעדזש איז געקומען ביי א סאמיט פון בראזיל, פאראגוויי, אוראגוויי, ארגענטינע און נאך, וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם דרום אמעריקע ״מערקוסאר״ האנדלס אליאנץ, און ביים סאמיט האבן די לענדער פאראייניגט געשטימט ארויסצואווארפן צו סוספענדירן ווענעזועלע׳ס מיטגלידערשאפט אינעם אליאנץ, אזוי לאנג ווי די פאליטישע און הומאניטערישע כאאס דארטן האלט אן. אין באזונדערע ווענעזועלע אנטוויקלונגען, האט די רעגירונג סוספענדירט דעם הויפט פראקוראר אין לאנד, נאכדעם וואס יענער האט גערופן אויסצופארשן מאדורע׳ס מעגליכע וואל פעלשונגען. דאס ארויסווארפן דעם פראקוראר האט געברענגט פארדאמונג פון דער אמעריקאנער רעגירונג.

בילד: דרום אמעריקע וויל ווענעזועלע טראנזישאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל