פּיאנגיענג - די יו-ען זיכערהייט קאונסיל האט פאראייניגט באשטעטיגט נייע שווערע סאנקציעס אויף צפון קארעא, אין רעאקציע צו אירע לעצטיגע באליסטישע מיסיל טעסטס. די סאנקציעס וועט שטארק שעדיגן די דריי ביליאן דאלערדיגע עקספארט אינדוסטריע וואס צפון קארעא פארמאגט, שיקנדיג פראדוקטן צו פילע לענדער, וויבאלד עס וועט נישט ערלויבן קיין איין לאנד אפצוקויפן אייזן, בליי, קוילן און פיש פון צפון קארעא, און באזונדער וועלן די לענדער וואס האבן דיעלס מיט צפון קארעא צו אקצעפטירן טויזנטער פון אירע בירגער יערליך אלס ארבעטער, נישט זיין ערלויבט אויסצוברייטערן די דיעלס. ווי עקספערטן זאגן וועט אלעס אינאיינעם די נייע סאנקציעס שניידן א דריטל פון צפון קארעא׳ס עקספארט אינדוסטריע. די סאנקציעס זענען פאראייניגט באשטעטיגט געווארן דורך אלע פופצן מיטגלידער פונעם זיכערהייט קאונסיל, אריינגערעכנט רוסלאנד און כינע - צוויי נאענטע אליאירטע מיט צפון קארעא.

בילד: יו-ען שטעלט נייע צפון קארעא סאנקציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל