וואשינגטאן - דער מאנאטליכער דזשאבס באריכט פון יולי, וואס איז פרייטאג פובליצירט געווארן דורך דער פעדעראלער לעיבאר דעפארטמענט, צייגט אז אין יולי זענען צוגעקומען אזויפיל ווי 209,000 דזשאבס אין אמעריקע, פיל מער ווי די עקאנאמיסטן האבן געהאט דערווארט, און ווען מ'רעכנט יעצט צוזאם אלע דזשאבס באריכטן זינט טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן אלס פרעזידענט, זעט מען אז עס איז שוין צוגעקומען א מיליאן דזשאבס אונטער זיין קאדענץ.

דער יולי דזשאבס באריכט צייגט אויך אז דער פראצענט פון ארבעטסלאזע אין לאנד איז געפאלן צו בלויז 4.3, וואס איז דער נידריגסטער ציפער אין זעכצן יאר, און מען האלט שוין יעצט ביי דעם 82׳סטן מאנאט אין א צי וואס עס קומען צו דזשאבס - א צייכן אז די עקאנאמיע האט זיך כמעט פולקאם ערהוילט פונעם 08׳ קראך, אבער פון דער אנדערער זייט זענען געהעלטער געשטיגן בלויז מיט 2.5 פראצענט אין יולי, נישט ווי די פעדעראלע רעזערוו האט געהאט דערווארט א מינימום פון 3.5 פראצענט וואוקס.

בילד: מיליאן דזשאבס שוין צוגעקומען אין אמעריקע אונטער טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל