די מדינת ישראל באזירטע פארמאסי פירמע טבע האט אין די לעצטע טעג געליטן דראמאטישע פארלוסטן און אירע סטאקס אין וואל סטריט האבן געזונקען צו א רעקארד נידריגקייט, נעכטן באלד נאכ׳ן ארויסגעבן זייער פינאנאציעלע באריכט פאר׳ן קווארטאל זענען אירע סטאקס געפאלן מיט 24% נאכדעם וואס די באריכט האט געוויזן א פארלוסט פון איבער 6 ביליאן דאלער און אז זי וועט אפזאגן טויזנטער ארבייטער, היינט האבן אירע סטאקס ווייטער געטראסטקעט מיט נאך 8 פערצענט, און אזוי אפגעווישט א דריטל פון די פירמעס ווערט אין בלויז צוויי טאג, די פארלוסט קומט צוליב א אויפשטייג אין גוטע גענערישע אלטערנאטיוון צו די טייערע מעדיצינען וואס זי פארקויפט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה