די פראקוראר אין מדינת ישראל וועלן איינגרייכן קלאגעס קעגן דעם פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו איבער אנגעבליכע שוחד און קארופציע קלאגעס, נעכטן האבן זיי געמאלדן אז דער געוועזנער שטאב הויפט פון נתניהו וועט זיין דער הויפט עדות קעגן אים, די באשולדיגונגען זענען אז נתניהו האט גענומען טייערע מתנות פון רייכע פריינט מער וויפיל עס איז ערלויבט אונטער די געזעץ, און אזוי אויך אז ער האט פרובירט צו שליסן א אפמאך מיט א אנפירער פון א צייטונג צו באקומען בעסערע דעקונג אין אויסטויש צו שטופן פאר געזעצן וועלכע זענען אין די אינטרעסן פון דעם אייגנטומער פון די צייטונג. דער פרעמיער מיניסטער טוט שארף אפווארפן אלע באשולדיגונגען און זאגט אז עס איז פאליטישע מאטיווירט.

בילד: שטאב הויפט פון נתניהו וועט עדות זאגן קען אים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל