בעיזשינג - לויט דאקומענטן וועלכע זענען לעצטנס אויפגעדעקט געווארן אין די נאציאנאלע ארכיוון פון דער כינעזער רעגירונג, האבן הויכראנגיקע כינעזער רעגירונג באאמטע געגלייבט אז ס'איז זייער פליכט אונטערצונעמען א הומאניטערישע מיסיע און ראטעווען אייראפעאישע אידן אנהייב פונעם צווייטן וועלט קריג, און זיי האבן געטאן פאקטישע שריט דאס צו עררייכן. דעם פלאן האבן זיי אויסגעארבעט אין יאר 939׳, ווען עסטרייך האט זיך אנגעשלאסן אין נאצי דייטשלאנד, וואס דאן האבן די אידן אין עסטרייך גאר א סאך געליטן און ס'איז געווען דער אנהייב פון די ליידענישן פאר דעם אייראפעאישן אידנטום. לויט די דאקומענטן, האט די כינעזער רעגירונג באטראכט א ריזיגן אומאנטוויקלטע ראיאן אינעם האנון פראווינץ נעבן דער כינעזער גרעניץ מיט בורמא, אוועקצושטעלן דארטן א אידישע שטאט, אבער פאר דערווייל-אומבאוואוסטע סיבות איז דער פלאן קיינמאל נישט געברענגט געווארן צו קיין רעאליטעט.

בילד: כינע האט פלאנירט אידישע שטאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל