וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ באטראכט צו נעמען זיין פאליסי ראטגעבער סטיווען מיללער אלס נייער ווייסע הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר. מיללער האט זיך פאריגע וואך געשלאגן מיט עטליכע זשורנאליסטן אין ווייסן הויז נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן א פלאן צו מאכן שווערער צו באקומען אמעריקאנער בירגערשאפט, און באריכטן צייגן אז טראמפ האט הנאה געהאט דערפון, ווייל ער וויל אז זיינע געהילפן און ראטגעבער זאלן אייפערדיג פארטיידיגן זיינע פאליסיס. אויב מיללער וועט באקומען דעם דזשאב פון קאמיוניקאציע דירעקטאר, וועט ער איבערנעמען דעם דזשאב וואס סקאראמוטשי האט געהאט פאר 11 טעג, אבער דערווייל הערט מען אז דער נייער שטאב הויפט דזשאן קעלי האט אן אייגענע ליסטע פון קאנדידאטן וועמען ער וויל אז טראמפ זאל נעמען פאר דער קאמיוניקאציע דירעקטאר פאזיציע.

וועט מיללער איבערנעמען די מוטש?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל