וואשינגטאן - דער ניו יארק טיימס האט פובליצירט אן ארטיקל איבער דער מעגליכקייט אז רעפובליקאנער פאליטישאנס וועלן זיך ארויסשטעלן צו לויפן קעגן פרעזידענט טראמפ אין יאר 2020, נאכברענגענדיג קאמענטארן פון א טראמפ אדמיניסטראציע ווארטזאגער וועלכער האט געווארנט די רעפובליקאנער וועלכע טראגן זיך ארום מיט אזעלכע געדאנקען. דער ווארטזאגער האט געזאגט אז סיי וועלכער רעפובליקאנער וואס האלט אז ער האט א שאנס צו באזיגן פרעזידענט טראמפ אין א רעפובליקאנער פריימערי, זאל נעמען אין באטראכט דעם פאקט אז אינערליכע טראמפ אנקעטעס צייגן אז דער פרעזידענט שטייט גאר שטארק אין אייאווע - די סימבאלישע ערשטע פריימערי סטעיט. דער טיימס ברענגט אויך אז וויצע פרעזידענט פּענס האט שטילערהייט אנגעהויבן פארשידענע זאכן אין פאל טראמפ וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל