וואשינגטאן – אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט פרייטאג אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ ביי וועלכע ער האט געמאלדן אז דער יוסטיץ דעפארטמענט וועט אונטערנעמען א שטרענגן קאמף קעגן די נאכאנאנדע ליעקס פון דער רעגירונג צו דער מידיא, זאגנדיג אז פילע פון די ליעקס שטעלן אין געפאר אמעריקע׳ס זיכערהייט. סעשאנס האט געזאגט אז ער האט פארארדענט איבערצוקוקן די עקזיסטירנדע רעגולאציעס, מיט'ן ציל צו מאכן גרינגער פאר דער פעדעראלער רעגירונג צו שיקן סובפינעס פאר זשורנאליסטן צו פארלאנגען זיי זאלן ארויסגעבן ווער עס דערציילט זיי סודות פון דער פעדעראלער רעגירונג. די מעלדונג פון סעשאנס האט ארויסגערופן קריטיק ביי פילע אין די מידיא און אויך ביי אקטיוויסטן וועלכע זאגן אז דאס באדייט אן אונטערדרוקונג פון מידיא פרייהייט - אבער פאליטישע אנאליסטן האבן געזאגט אז עס איז מעגליך אז סעשאנס האט בלויז געמאלדן די זאכן, ווייל ער וויל געפעלן פאר פרעזידענט טראמפ, און באמת פלאנירט ער גארנישט צו טאן.

בילד: רעגירונג נעמט אונטער קאמף קעגן ליעקס



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל