פלארידע – וועטער באאמטע האבן פרייטאג פובליצירט א באריכט אין וועלכע זיי ווארענען אז דער היי יאריגער האריקעין סעזאן וועט זיין פון די ערגסטע וואס מ׳האט געזען אין די לעצטערע יארן. דער האריקעין סעזאן הייבט זיך יערליך אפיציעל אן אום יוני און האלט אן ביז ענדע נאוועמבער, אבער די מערסטע האריקעינס זעט מען אינעם צווייטן העלפט זומער און אנהייב הערבסט, און אויף היי יאר איז דא א 62 פראצענט שאנס אז א מאסיווער היסטארישער האריקעין זאל אנפאלן טרוקעניש אין די פאראייניגטע שטאטן, וואס איז העכער פון דער יערליכער 50 פראצענטיגער שאנס. אויך ווערט פאראויסגעזאגט אז פון 11 ביז 17 האריקעינס וועלן זיין גענוג שטארק צו באקומען א נאמען, וואס איז אויך מער ווי א געווענליכער יאר.

בילד:שווערער האריקעין סעזאן פאראויסגעזאגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל