אויסטראליע - אן אמעריקאנער מיליטערישע פליגער האט אראפגעקראכט אין די וואסערן נעבן אויסטראליע און 3 מארינס זענען ווארשיינליך אומגעקומען. דער ״עם-ווי 22״ פליגער האט געהאלטן אינמיטן מיליטערישע טרענירונגען מיט דעם אויסטראלישן מיליטער, ווען 26 אמעריקאנער מארינס האבן זיך געפונען דערויף. עס האט אראפגעקראכט צוליב א דערווייל-אומבאקאנטע סיבה, און מען האט באוויזן צו ראטעווען 23 זעלנער לעבעדיגערהייט. דאס אמעריקאנער און אויסטראלישער מיליטער זאגן אז מען גלייבט אז די אנדערע 3 האבן נישט איבערגעלעבט און מען זוכט יעצט זייערע קערפער אין וואסער. מיליטערישע עקספערטן האבן אנגעצייגט אויף דער מעגליכקייט אז דער פליגער האט אראפגעקראכט צוליב א מעכאנישן פראבלעם מיטן פליגער׳ס געבוי, וויבאלד דער ״עם-ווי 22״ איז באקאנט אז זי קען מאכן ריזיקאלישע לאנדונגען ווי א העליקאפטער, וואס האט שוין געפירט צו אסאך אינצידענטן.

בילד: 3 מארינס אומגעקומען אין אויסטראליע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל