מאנהעטן – ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא זאגט אז ער וועט אנטיילנעמען ביי א געסקעדזשועלטער דעבאטע מיט די דעמאקראטישע קאנדידאטן וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט צו לויפן קעגן אים אין א פריימערי, טראץ וואס קיינער פון די קאנדידאטן זענען נישט קוואליפיצירט אפיציעל אנטיילצונעמען ביי א דעבאטע. דער "קאמפיין פינאנץ באורד" פארלאנגט אז כדי א קאנדידאט זאל זיין קוואליפיצירט אנטיילצונעמען ביי א פאליטישע דעבאטע, מוז יענער האבן שוין געזאמלט און אויסגעגעבן א מינימום פון 175 טויזנט דאלאר ביז אוגוסט 11, און פון די עטליכע דעמאקראטן וועלכע לויפן קעגן דעבלאזיא אין די פריימערי, האט דערווייל נאך קיינער נישט דערגרייכט צו די ציפערן – אויסער געוועזענער סיטי קאונסילמאן סאל אלבאניז וועלכער האט שוין דערווייל אויפגעטריבן 124 טויזנט דאלאר און האלט נאענט צום ציפער. דעבלאזיא זאגט אבער אז טראץ וואס די קאנדידאטן וועלן נישט זיין קוואליפיצירט אים צו דעבאטירן, וועט ער קומען צו דער דעבאטע, ווייל ער וויל געבן א שאנס פאר ניו יארקער איינוואוינער צו הערן וואס זיינע קעגנער האבן צו זאגן. די דעבאטע איז געסקעדזשועלט פארצוקומען אוגוסט 23.

בילד: דעבלאזיא וועט אנטיילנעמען ביי דעבאטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל