א קליינער שטורעם איז אנטשטאנען ווען איינגעשטעלטע אין א "דאנקין דאונאטס" רעסטוראנט אין ברוקלין האבן נישט געוואלט סערווירן עטליכע ניו יארק סיטי פאליציי אפיצירן, אויסדרוקנדיג זיך מיט העסליכע סטעיטמענטס און לאזונגען קעגן צוויי פאליציי אפיצירן וועלכע האבן געוואלט באשטעלן אייז-קרעם. פאליציי קאמישאנער דזשעימס אניעל און מעיאר דעבלאזיא האבן ביידע שארף פארדאמט די רעסטוראנט ארבעטער איבער דעם, ארויסברענגענדיג אז פאליציי אפיצירן דארפן באקומען רעספעקט און דאנק פון אלע ניו יארקער איינוואוינער פאר'ן איינשטעלן זייערע לעבנס טאג טעגליך פאר דער זיכערהייט פון דער שטאט. א ווארטזאגער פאר די "דאנקין דאונאטס" קארפארעישאן, וועלכע פארמאגט הונדערטער רעסטוראנטן איבער'ן לאנד, האט זיך אנטשולדיגט איבער'ן אינצידענט, און דער אייגנטימער פונעם לאקאל אין ברוקלין פלאנירט א זיצונג מיט די 2 פאליציי אפיצירן און זיי פערזענליך איבערבעטן.

בילד: רעסטוראנט קעגן ניו יארק פאליציי אפיצירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל