סינגאפור – די טעכנאלאגישע "אובער" טעקסי סערוויס האט זיך געטראפן מיט א פרישן סקאנדאל, נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז זי האט געדינגען פעלערהאפטיגע אויטאס פאר אירע דרייווערס, טראץ וואס זיי האבן געוואוסט אז די אויטאס זענען אין געפאר פון אויפרייסן אין פלאמען. דער "וואל סטריט זשורנאל" האט געמאלדן דעם פרישן סקאנדאל, זאגנדיג אז דאס האט פאסירט אין אובער'ס פיליאלע אין לאנד סינגאפור, וואו די ארטיגע אובער באאמטע האבן אפגעקויפט מער ווי טויזנט פון די "האנדא וועזעל" אויטאס, וועלכע זי האט דערנאך פארדינגען פאר מענטשן וועלכע האבן געוואלט זיין אובער דרייווערס און פארמאגן נישט אליינס אן אויטא. דער פראבלעם איז געווען אז די "וועזעל" אויטאס זענען געווען טייל פון א מאסיוון צוריקרוף וואס די האנדא פירמע האט פאררופן אויף די מאדעל אויטאס, צוליב א געפאר אז די אויטאס קענען אויפרייסן און שעדיגן דרייווערס און פאסאזשירן. דער "וואל סטריט זשורנאל" האט געלייגט א האנט אויף אימעילס און דאקומענטן וואס צייגן אז אובער האט געוואוסט אז די אויטאס זענען געפארפול און פעלערהאפטיג, און טראצדעם האבן זיי עס אפגעקויפט און פארדינגען פאר דרייווערס. אין א סטעיטמענט, וואו אובער רעאגירט צו דער אויפדעקונג, לייקנט זי אז זי האט געוואוסט פון פאראויס, נאר זי טענה'ט אז ווי נאר זי האט געהערט אז די אויטאס זענען געווען טייל פון א צוריקרוף, האט זי אפגעשטעלט דעם באנוץ דערפון.

בילד: פרישע קאפ-ווייטאג פאר אובער טעכנאלאגיעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל