אלאסקע – א קליין שטעטל אין אלאסקע גייט שוין אן כמעט א וואך אן דעם וואס זיי זאלן האבן אן אקטיוון פאליציי דעפארטמענט, און דערווייל שטעלט זיך ארויס אז אלעס גייט אן געהעריג און ס'איז נישטא קיין שום ערנסטע פראבלעמען. די סטעיט אלאסקע פלאגט זיך מיט אן ערנסטן פראבלעם – זי איז א סטעיט וואס אין טעריטאריע איז זי פון די גרעסטע, אבער אין באפעלקערונג איז זי פון די קלענסטע, און מען וואוינט שטארק צעשפרייט און צעזייט, וואס ברענגט עקאנאמישע שוועריגקייטן פאר די איינוואוינער, א שטייגער אויב עמיצער וויל פארן פונעם קליינעם שטעטל סענד פוינט צום גרויסן אלאסקער שטאט ענקארידזש, קאסט א רייזע בילעט 1000 דאלער, וואס איז אומדערהערט פאר א לאקאלע פלי רייזע אינעם זעלבן סטעיט – און אט די שוועריגקייטן האבן געברענגט דערצו אז די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט אין סענד פוינט זאל זיך אויפלעזן, צוליב וואס ס'איז געווארן צו שווער אנצוגיין מיט דער ארבעט, נאך דערצו יעצט ווען עס איז דער סעזאן פון כאפן פיש און מאסן אויסשטעטישע לייגן זיך אן אין סענד פוינט. למעשה אבער האט א באריכט פרייטאג געצייגט אז אין לויף פון דער איינער וואך, אן קיין פאליציי דעפארטמענט, האט סענד פוינט אינגאנצן געהאט פיר 911 רופן, קיין איינס פון זיי נישט עכטע עמורדזשענסיס, און מען הערט נישט פון קיין אויפשטייג אין קרימינאלע אקטיוויטעטן אלס רעזולטאט פונעם פאליציילאזן סטאטוס.

בילד: קיין פאליציי? קיין פראבלעם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל