וואשינגטאן – א מערקווירדיגער פאליטישער שטורעם איז אנטשטאנען אין וואשינגטאן, נאכדעם וואס דער "ניו יארק טיימס" האט באריכטעט אז וויצע פרעזידענט מייק פענס קלערט ערנסט פון אפטרעטן פון זיין פאזיציע אלס וויצע פרעזידענט און לויפן קעגן פרעזידענט טראמפ אין יאר 020'. פענס איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א שארפן סטעיטמענט עס צו לייקענען, זאגנדיג אז צו שרייבן אזעלכע זאכן איז באליידיגנדיג פאר אים, פאר זיין פאמיליע און פאר אלע זיינע געהילפן. אויך האט טראמפ'ס ראטגעבער קעליען קאנוועי נעכטן אין אן אינטערוויו געזאגט אז דער וויצע פרעזידענט איז פון די מערסט-לאיאלע צום פרעזידענט.

דער "טיימס" באריכט האט נאכגעברענגט פון עטליכע אנאנימע ראטגעבער און געהילפן פון פענס, אז ער באטראכט זיינע אפציעס פאר יאר 2020, ווען טראמפ וועט ווארשיינליך לויפן פאר א צווייטן טערמין, וואס איז אין צוגאב צום פאקט אז פענס האט שוין 2 מאנאטן צוריק געגרינדעט זיין אייגענע "פאליטישע עקשאן קאמיטע", זייענדיג דער איינציגסטער אמטירנדער וויצע פרעזידענט צו גרינדן אזא גרופע אנהייב פון אן ערשטן טערמין.

עקסטער האט דער "טיימס" אויך געברענגט אז א גרופע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט און סענאטארן קלערן אויך זיך ארויסצושטעלן צו לויפן קעגן טראמפ.

בילד: שטורעם איבער וויצע פרעזידענט פּענס און קאמפיין 2020

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל