קאראקאס – דאס ווענעזועלער מיליטער האט באוויזן אונטערצודרוקן א קליינע גרופע באוואפנטע קעמפער וועלכע האבן פרובירט איבערצופאלן א מיליטערישע באזע נעבן דער ארטיגער שטאט וועלענסיע, אבער די אטאקע פרואוו האט געוויזן די ערשטע צייכענעס אז דער פאליטישער און הומאניטערישער קאנפליקט אין ווענעזועלע האט די מעגליכקייט זיך צו אנטוויקלען אין א מיליטערישן באוואפנטן קאנפליקט און אז ווענעזועלע קען נאך איין טאג אויסקוקן ווי סיריע. דער ווענעזועלער רעזשים פון ניקאלעס מאדורע האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז עס איז זיי סוקסעספול געלונגען אפצושטעלן דעם איבערפאל, וועלכע זי האט באצייכנט אלס א "טעראר אטאקע", אבער די אנפירער פון דער קליינער באוואפנטער אפאזיציע גרופע האט פובליצירט ווידעאס אין וועלכע זיי האבן געצייגט וואפנס וואס זיי האבן אוועקגערויבט פון דער באזע, און זיי האבן פארשפראכן נישט אויפצוגעבן ביז ווילאנג מאדורע איז אראפגעווארפן פון בענקל. אין וועלענסיע זעלבסט זענען טויזנטער איינוואוינער ארויסגעקומען פראטעסטירן און צייגן שטיצע פאר די רעבעלן.

בילד: רעבעלן אטאקע אויף ווענעזועלער באזע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל