פיליפינען – אמעריקאנער דיפלאמאטן און רעגירונג באאמטע האבן מיט אכט באגריסט די פרישע אנטוויקלונג אז די כינעזער רעגירונג האט זיך אין די לעצטע צוויי טעג אנגעהויבן ארויסשטעלן פיל שארפער קעגן צפון קארעא. ביז יעצט האט מען געהאט א פראבלעם ווען ס'איז געקומען צום נוקלעארן געפאר פון צפון קארעא, אז איר אליאירטער פריינט כינע האט נישט געהאלטן ביים עפעס טאן און אפילו נישט רעדן שארף קעגן דעם רעזשים פון קים יאנג אן, וויבאלד די צוויי לענדער האבן גרויסע האנדלס אפמאכן און פארשטענדעניש צווישן זיך. אבער נאך דרוק פון פרעזידענט טראמפ, האט זיך כינע צוגעשטעלט צו די נייע שווערע סאנקציעס וואס דער יו-ען האט שבת באשטעטיגט קעגן צפון קארעא, ווי באריכטעט נעכטן, און באזונדער האט כינע זונטאג געזאגט אין א שארפן סטעיטמענט אז ס'איז צייט אז צפון קארעא זאל זאפארט אפשטעלן אלע אירע מיסיל טעסטס און נוקלעארע טעסטן, וואס ביז היינט האט מען נאכנישט געהערט אזא קאטעגארישן פארלאנג פון כינע צו צפון קארעא. דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן ביי א סאמיט אין די פיליפינען רעאגירט צו די אנטוויקלונגען, זאגנדיג "ס'איז א גוטער רעזולטאט".

בילד: כינע'ס צפון קארעא שריט באגריסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל