מיטל מזרח – אומבאשטעטיגטע באריכטן האבן געצייגט אז הונדערטער אמעריקאנער זעלנער זענען אקטיוויזירט געווארן אין לבנון, צו העלפן דאס ארטיגע מיליטער קעמפן קעגן אייסיס. די לעבאנעזער רעגירונג זאגט שוין עטליכע מאנאטן אז זי שטייט אויס אן ערנסטער געפאר פון אייסיס קעמפער וועלכע דערנענטערן זיך צו איר גרעניץ ראיאן, וואס לבנון טיילט מיט א גרעניץ מיט סיריע, און ביי זיין באזוך אין וואשינגטאן 2 וואכן צוריק, האט דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער געבעטן הילף פון פרעזידענט טראמפ אויף דעם פראנט. ס'איז נישט קלאר צי די אמעריקאנער טרופן זענען אריינגעשטעלט געווארן אינעם שלאכט קעגן אייסיס ביים לבנון גרעניץ אלס רעזולטאט פון דעם פרעמיער מיניסטער'ס ביטע, אבער אויב די באריכטן שטעלן זיך ארויס אלס ריכטיג, וועט דאס זיין דאס ערשטע מאל אין מער ווי דרייסיג יאר וואס אמעריקאנער זעלנער זענען פארמישט אין שלאכטן אויף לעבאנעזער טעריטאריע. די באריכטן האבן אויך געצייגט אז דאס איז א מערקווירדיגע אנטוויקלונג, וויבאלד עטליכע בריגאדעס פון כיזבאלא קעמפער העלפן ארויס דאס לעבאנעזער מיליטער צו קעמפן קעגן אייסיס, וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז אמעריקאנער טרופן קעמפן אינאיינעם מיט כיזבאלא.

בילד: אמעריקאנער זעלנער קעמפן אין לבנון

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל