אטלאנטיק אקעאן – די רעגירונג אינעם קליינעם לענדל קעיפ ווארדע, וועלכע געפינט זיך נישט ווייט פון די אפריקאנער בארטענעס אינעם אטלאנטיק אקעאן מיט א באפעלקערונג פון אביסל מער ווי א האלבן מיליאן מענטשן, האט באעהרט אירע אידישע בתי חיים, דערמיט וואס זי האט זיי ארויפגעשטעלט אויף איר ליסטע פון היסטארישע ערטער. קעיפ ווארדע פארמאגט נישט היינט אפיציעל קיין אקטיווע אידישע קהילה, אבער ביז מיט ארום 100 יאר צוריק האבן דארטן געוואוינט עטליכע הונדערט אידן, מערסטנס אנוסים און אידן וועלכע זענען אנטלאפן פון פארטוגאל ווען די אינקוויזיציע איז אנגעקומען אהין. דער פראיעקט פון באעהרן און אויפרעכטן די ארטיגע אידישע בתי חיים, וועלכע פארמאגן מציבות הונדערטער יאר אלט, איז אונטערגענומען געווארן שוין 5 יאר צוריק, און דער מאראקאנער קעניג האט געמאכט גרויסע נייעס ווען ער האט דאן ארויסגעצאלט די געלטער צו באנייען און באשיינען דעם גרעסטן בית החיים אין לאנד.

בילד: קעיפ ווארדע באעהרט אירע בתי חיים

די קאפווערדישע אינזלען

די קאַפווערדישע אינזלען, אפיציעל די רעפובליק פון קאבא ווערד (פארטוגעזיש: República de Cabo Verde), איז אן אינזל לאנד וואס באשטייט פון אן ארכיפעלאג פון צען וואלקאנישע אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן. 570 קילאמעטער פונעם בארטן פון מערב אפריקע. פארטוגעזישע אויספארשער האבן אנטפלעקט און קאלאניזירט די אינזלען אינעם 15'טען יאר-הונדערט. בעיקר עסט מען קוקורוזע; אויך עסט מען רייז, באנדלעך, פיש, קארטאפל און מאניאק.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל