קאלאראדא ספרינגס – א שוהל אין קאלאראדא ספרינגס איז וואנדאליזירט געווארן ווען אומבאקאנטע וואנדאלן האבן אנגעפירקלט אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס און א האקנקרייץ אויף דער דרויסנדיגער געביידע און דער שילד פונעם שוהל. דער אינצידענט האט פאסירט ביים "בית תורה" שוהל, וואו די וואנדאלן האבן אנגעפירלקט די א.ד. גראפיטי, און אויסער דעם האבן זיי וואנדאליזירט אויטאס, הייזער און געביידעס ארום דעם שוהל, און די לאקאלע אידישע געמיינדע האט אויסגעדרוקט שאק און טרויער אין רעאקציע צום אינצידענט. עס איז אנגעצייגט געווארן אז אין קאלאראדא זעט זיך שוין א שטארקער אויפשטייג פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין די לעצטע צוויי יאר, באזירט אויף לאקאלע פאליציי סטאטיסטיקס. נישט-אידישע שכנים האבן געזאגט אז זיי האבן פרובירט אפצומעקן די אנטיסעמיטישע גראפיטי פונעם שוהל, אבער זיי האבן נישט געהאט גרויס סוקסעס.

בילד: קאלאראדא בית המדרש וואנדאליזירט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל