אריזאנע – דער רעפובליקאנער אריזאנע סענאטאר דזשעף פלעיק האט נעכטן געזאגט אז ער קלערט בכלל נישט פון פארלאזן די רעפובליקאנער פארטיי און ווערן א דעמאקראט. פלעיק האט זיך ארויסגעשטעלט אלס איינער פון די שטערקסטע טראמפ קריטיקירער אין דער רעפובליקאנער פארטיי, און באזונדער האט ער אנגעמאכט א שטורעם ווען ער האט פאריגע וואך געמאלדן אז ער גייט פובליצירן א בוך ביים נאמען "דאס געוויסן פון א קאנסערוואטיוון" און ער האט פובליצירט א לענגערן טייל פונעם בוך אין וועלכע ער רייסט אראפ די רעפובליקאנער פארטיי פאר'ן נישט האבן גענוג קוראזש זיך קעגנצושטעלן קעגן פרעזידענט טראמפ ווען ער טוט עפעס וואס ס'שטימט נישט מיט די ווירדן פון דער פארטיי. סענאטאר פלעיק זאגט אבער אז טראץ זיין שארפע קריטיק קעגן פרעזידענט טראמפ און די רעפובליקאנער פירערשאפט, פארבלייבט ער א רעפובליקאנער, ווי ער איז פון אייביג אן געווען. פלעיק שטייט אויס א שווערער ווידערוויילונג פארמעסט אין יאר 18', און ער זאגט אז די אריזאנע וויילער דארפן עמיצן וועלכער האט נישט מורא ארויסצוזאגן דעם אמת, וואס דאס טוט ער טאקע.

בילד: פלעיק בלייבט א רעפובליקאנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל