וואשינגטאן – מען האט נעכטן געהערט עטליכע מעסעדזשעס וועלכע האבן קלארגעשטעלט אז די טראמפ אדמיניסטראציע צילט נישט, אמווייניגסטנס נישט אפיציעל, אויסצופארשן און ברענגען קרימינאלע קלאגעס קעגן טראמפ'ס געוועזענע קעגנערין, פרוי קלינטאן, און אויך אז פרעזידענט טראמפ קלערט נישט פון אויפזאגן ראבערט מוללער. ראד ראזענסטיין, וועלכער דינט אלס דעפיוטי אטוירני דזשענעראל אונטער דזשעף סעשאנס, האט אין אן אינטערוויו נעכטן געזאגט אז פרעזידענט טראמפ האט בכלל נישט פארארדענט קיין שום קרימינאלע אויספארשונגען קעגן פרוי קלינטאן, זאגנדיג אז דאס וואס דער פרעזידענט האט געשריבן אין פובליק אויף טוויטער וועגן אן אויספארשונג קעגן איר, ווערט נישט פאררעכנט ווי א פארארדענונג. באזונדער האט טראמפ'ס ווייסער הויז ראטגעבער קעליען קאנוועי געזאגט אז טראמפ קלערט נישט פון אויפזאגן ראבערט מוללער, וועלכער דינט אלס ספעציעלער פראקוראר פונעם רוסלאנד אויספארשונג, נאר דער פרעזידענט וועט ווייטער פולקאם קאאפערירן מיט די אנגייענדיגע אויספארשונגען.

בילד: קיין שריט קעגן מוללער און קלינטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל