מערילאנד – א סימבאלישער "פייער אפשטעל", וואס איז פאררופן געווארן אין באלטימאר, איז געבראכן געווארן, נאכדעם וואס צוויי שיסעריי מארדן האבן פאסירט שפעט מוצאי שבת. יא, איר האט גוט געליינט, אינעם אמעריקאנער סיטי באלטימאר האבן אקטיוויסטן געמוזט קאמפיינען פאר א "פייער אפשטעל", נאכדעם וואס די קעגנזייטיגע שיסערייען פון די פילע קרימינאלע גענג באנדעס איז שוין געווארן אזויפיל, אז די צאל שיסעריי מארדן אין בלויז די ערשטע זעקס מאנאטן פונעם יאר, האט דערגרייכט 204, וואס איז די העכסטע ציפער אין היסטאריע פאר אזא קורצע צייט אפשניט. געמיינדע פירער, פאליציי הויפטן און אויך שטאטישע באאמטע האבן זיך פאראייניגט און אנגעהויבן פאריגן דאנערשטאג אפעלירן צו די פארשידענע באנדעס אז זיי זאלן דערקלערן א פייער אפשטעל אויף 72 שטונדן, אין לויף פון פרייטאג, שבת און זונטאג, און עס האט אנגעהאלטן גאנץ פרייטאג און אין לויף פון שבת, אבער מוצאי שבת שפעט ביינאכט האבן פאסירט צוויי שיסעריי מארדן. די אקטיוויסטן זאגן אבער אז זיי געבן נישט אויף, און זיי וועלן ווייטער אפעלירן אנצוהאלטן דעם פייער אפשטעל און עס מעגליך פארלענגערן.

בילד: באלטימאר פייער אפשטעל געבראכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל