ניו יארק – דער קוריאזער און אראגאנטער יונגער ביזנעסמאן מארטין שקרעלי האט זיך אין די לעצטע 2 טעג צעלאזט מיט ווילדע און מאדנע מעסעדזשעס צום פובליק, אין רעאקציע צו דאס וואס א דזשורי האט אים געפונען שולדיג אויף עטליכע פינאנציעלע קלאגעס. שקרעלי'ס שלעכטע אימעדזש קומט פון דעם וואס ער האט געפירט א פארמאסוטיקל פירמע און האט ארויפגעשרויפט דעם פרייז פון א לעבנס-וויכטיגע מעדיצין מיט גאנצע 500 פראצענט, אבער דער שולד אורטייל פרייטאג קעגן אים, דורך א דזשורי אין ברוקלין, האט געשטאמט פון א ביזנעס וואס ער האט געגרינדעט אין יאר 11', און ער האט דאן גענומען אינוועסטמענטס פון רייכע אינוועסטירער, אין ווערד פון צען מיליאן דאלאר, נישט האבנדיג בכלל א פלאן צוריקצובאצאלן פאר די אינוועסטירער, און דער גאנצער ביזנעס איז געגאנגען כמעט אינגאנצן שלאפן, בארויבנדיג אינוועסטירער. שרעקלי האט שבת געזאגט אז דאס צוזען די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, האט אים געהאלפן זיך צוגרייטן צו זיין לעבן אין טורמע, און נעכטן האט ער געזאגט אז ער וועט זיכער באקומען 0 מאנאטן טורמע, טראץ וואס אפיציעל שטייט ער אויס א מאקסימום פון 20 יאר.

בילד: שקרעלי'ס מעסעדזשעס נאך פראצעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל