קאלאמבוס – די האלענדישע פירמע וועלכע האט פאבריצירט א רייד וואס איז געווען פארמישט אין א פאטאלן אינצידענט צוויי וואכן צוריק, זאגט אז דער רייד האט פונקציאנירט געהעריג און זי איז נישט פאראנטווארטליך פאר'ן אינצידענט. דער אינצידענט האט פאסירט ביים "אהייא סטעיט פעיר", דער יערליכער זומער צוזאמקום וואס די סטעיט ארגאניזירט, ווען א געוויסער רייד, וועלכע הייבט אויף מענטשן הויעך אין דער לופטן אין קליינע בענקלעך, האט מאלפונקציאנירט און די בענקלעך האבן זיך אפגעריסן, ברענגענדיג אז די רייזנדע אויפן רייד זאלן אראפפאלן צו דער ערד פון צענדליגער פיס אין דער לופטן, און אמווייניגסטנס איינער איז אומגעקומען און פינף אנדערע זענען גאר קריטיש פארוואונדעט געווארן. די "קעי עם דזשי" פירמע זאגט אז איר אויספארשונג אויפ'ן רייד האט געצייגט אז עטליכע טיילן דערפון זענען געווען אלט און פארזשאווערט, וואס האט געפירט אז די בענקלעך זאלן זיך אפרייסן, און נישט אז דער רייד איז עפעס נישט געווען גוט געבויעט אדער פעלערהאפטיג צוזאמגעשטעלט.

זעה ווידיא

בילד: מער איבער אהייא פארק אינצידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל