אלבאני – אין די קומענדיגע טעג וועלן עטליכע פאליטישע גרופעס לאזן אין גאנג קעגנזייטיגע מידיא קאמפיינס, אויפצוארבעטן ניו יארק סטעיט איינוואוינער צו די בעפארשטייענדיג נאוועמבער וואלן, וואו די איינוואוינער וועלן האבן א שאנס צו שטימען אז מען זאל גענצליך איבערשרייבן די ניו יארק סטעיט קאנסטיטוציע. ניו יארק איז פון די 14 סטעיטס וועלכע פארמאגן אלס טייל פון זייער קאנסטיטוציע א פראוויזיע אז יעדע 20 יאר זאל אויפגעברענגט ווערן פאר די וויילער א רעפערענדום צי מען זאל איבערצושרייבן די קאנסטיטוציע, אבער דערווייל האבן וויילער שטענדיג געשטימט בלויז צו באשטעטיגן די עקזיסטירנדע קאנסטיטוציע. היי יאר נאוועמבער 7 ווען ניו יארקער וועלן ארויסקומען צו די שטים בודקעס פאר פארשידענע פארמעסטן, וועט דער רעפערענדום אויך זיין אויפן שטים צעטל, און דעריבער זענען פארהאן אקטיוויסטן וואס ווילן אז אין ליכט פון דער נאכאנאנדיגער קארופציע אין אלבאני, זאלן א מערהייט ניו יארקער שטימען איבערצומאכן די קאנסטיטוציע, אבער אנדערע זאגן אז דער פראצעדור פון איבערשרייבן די קאנסטיטוציע וועט אויך געהיידזשעקט ווערן דורך קארופטירטע פאליטישאנס און איינפלוסרייכע לייט מיט ספעציעלע אינטערעסן. אויב וועלן א מערהייט שטימען יא איבערצומאכן די קאנסטיטוציע, וועט מען אין יאר 18' שטימען צו ערוועלן דעלעגאטן צו א ספעציעלע "קאנסטיטוציע קאנווענשאן", וועלכע וועט זיך צוזאמזעצן אין יאר 19' צו שרייבן א נייע קאנסטיטוציע.

בילד: קאמפיין איבערצושרייבן ניו יארק קאנסטיטוציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל