ניו יארק – די קליינע אנליין ביזנעס "באקסד דאט קאם", וועלכע פארקויפט ביליגע אייטעמס אויף "באָלק", האט אנגעהויבן זוכן וועגן וויאזוי אויסצוברייטערן אירע סערוויסעס אז זי זאל אויך קענען פארקויפן פרישע עסנווארג, גענוי ווי אנדערע אנליין פארקויפער ברייטערן זיך יעצט אויס, און אין דער זעלבער צייט איז פארעפנטליכט געווארן אינטערעסאנטע אינפארמאציע וויאזוי די ביזנעס פונקציאנירט.

דער "ניו יארק פאוסט" האט פובליצירט אן ארטיקל אין וועלכע זיי דעקן אויף אז "באקסד דאט קאם" קויפט נישט אליינס אירע פראדוקטן פון די מאנופעקטשורס, און אויך ברענגט זי גארנישט אליינס אריין פון אויסלאנד, נאר אנשטאט קויפט זי אלעס ביי "קאסטקא", א ריטעיל געשעפטן-נעץ וועלכע פאררעכנט "באקסד דאט קאם" אלס אן ארכי-קאנקורענט, און דערנאך לייגט זי צו אפאר דאלאר צו דעקן די דעליווערי קאסטן, און אזוי פארקויפט זי עס אויף איר וועבסייט פאר קאסטומערס. א ווארטזאגער פאר "באקסד דאט קאם" האט פארטיידיגט די ביזנעס, זאגנדיג אז ווען קאסטומערס קויפן ביי איר, זוכן זיי בלויז שנעלע דעליווערי און נישט צו דארפן אליינס ארויסגיין איינקויפן, און זיי זוכן נישט דוקא ביליגע פרייזן. קאסטקא האט נישט קאמענטירט אויף דער אויפדעקונג.

וויאזוי באקסד.קאם ארבעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל