ניו יארק – א מאדנער אינצידענט האט פאסירט אינעם קאלגעיט אוניווערסיטעט אין העמילטאן, ניו יארק, וואו די גאנצע אוניווערסיטעט קאמפלעקס איז געשטעלט געווארן אונטער לאקדאון, און אלע סטודענטן זענען באפוילן געווארן זיך איינצושפארן און באהאלטן, נאכדעם וואס ס'איז באריכטעט געווארן אז א פארדעכטיגטער פארשוין דרייט זיך ארום מיט א רעוואלווער. די לאקאלע פאליציי זענען אלארמירט געווארן, און זיי זענען אנגעקומען מיט מאסיווע קרעפטן, זייענדיג גרייט אויף ערנסטע פאטאליטעטן. ביים ענדע האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן ווען עמיצער האט געזען א שווארצן סטודענט זיך ארומדרייען מיט א "קלעב גאן", וועלכע מען נוצט פאר פראיעקטן, א שטייגער ווי קינדערישע "ארטס און קרעפטס", און יענער האט אנגעדרייט דעם פאניק. שווארצע סטודענטן האבן פארדאמט דעם גאנצן אינצידענט, זאגנדיג אז ס'איז געווען א ראסיסטישע זאך צו פארשפרייטן א שרעק אלס א וויץ אז "א שווארצער דרייט זיך ארום מיט א רעוואלווער".

בילד: שיסעריי שרעק צוליב קלעב רעוואלווער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל