
קעיסיק האט ארויסגעגעבן א בוך ״צוויי וועגן פאר אמעריקע״ און וועלכע ער לייגט ארויס זיין וויזיע פאר אמעריקע, ער פארט ארום יעצט איבער׳ן לאנד פארקויפן זיין בוך, און איז אויך ארומגעפארן אין ניו העמפשיר, א זאך וואס קען אנדייטן איבער זיינע פלענער, קעיסיק׳ס טערמין אלס גאווערנער לויפט אפ אין 2019, וואס געט אים צייט צו אנגרייטן א נאציאנאלע קאמפיין קעגן טראמפ אין פאל ער וועט דעמאלסט זיין אומפאפולער צווישן רעפובליקאנער.
ווען קעיסיק איז געפרעגט געווארן אויב ער פלאנט צו לויפן קעגן טראמפ האט ער געענטפער ״ווארשיינליך נישט״ לאזנדיג אפן די מעגליכקייט, אבער קוועלער ארום אים זאגן אז ער באטראכט עס ערנסט, און אזוי אויך אז טאמער טראמפ וועט נישט זוכן א צווייטער טערמין וועט ער זיכער זיך פארמעסטן.
הוסף רשומת תגובה