דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט


עס איז א טראדיציע ביי אמעריקאנער פרעזידענטן - זינט פרעזידענט בוש דער צווייטער - צו דערקלערן דעם חודש צו באהערן די אידישע פאלק, און די פולע ביישטייערונגען וואס זיי האבן צוגעגעבן פאר אמעריקע. פרעזידענט טראמפ האט אויך ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע ער ערקלערט דעם קומענדיגן מאנאט פון מאי אלס ״דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט״.

דער פרעזידענט האט אין זיין סטעיטמענט געשריבן אז ״דעם חודש וועלן מיר באהערן די ירושה פון די אמעריקאנער אידנטהום, וועלכע ציהט אירע ווארצלען פון טויזנטער יאר היסטאריע, און דא אין אמעריקע האבן זיי אנגעהויבן א נייע קאפיטל אין 1654 ווען א קליינע גרופע פון האלאנדישע אידן האבן געאנקערט דא אין אמעריקע״.

״דאס אידישע פאלק ווערט געטריבן דורך א אייביגע מאראלישע פליכט פון ׳תיקון עולם׳ פארריכטן די וועלט און פארבעסערן די צושטאנד פון אנדערע, און האבן געלאזט א גאר טיפע צייכן אויף די אמעריקאנער באפעלקערונג מיט זייער פולע וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן. און ביז היינט ווען די אמעריקאנער אידן זענען א מאדעל פון סוקסעס און פון געטריישאפט פאר די אמעריקאנער פאלק און איר לאנד״, שרייבט דער פרעזידענט.

דער פרעזידעט דערמאנט אויך אינעם סטעיטמענט די פאקט אז ער האט א אידישע טאכטער, איידעם, און אייניקלעך. ער שרייבט אויך אז ער פריידט זיך אז ער קען מיט זיי אויסנוצן דעם חודש צו לערנען מער איבער אידן, און פייערן זייער היסטאריע.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל