אין די לעצטע יארן טוט זיך אפ א עקאלאגישע קאטאסטראפע אין די געגנט פון ים המלח אין ארץ ישראל, טוינטער גרויסע גרובער עפענען זיך אין דער ערד, און טוען טיילמאל איינשלונגען טיילן פון די שאסיי, פולע האטלען זענען נישט אין באנוץ צוליב די גרויסע צאל פון גרובער, די גרובער פאסירן צוליב דעם וואס די ים המלח איז אין א שווערע צושטאנד און באקומט נישט קיין פרישע וואסער פונעם ירדן, וואס ברענגט דערצו אז די ים עסט אויף די ערד ארום און ארום, און שאפט א געלעכערטע ערד ארום די גאנצע געגענט.

פולע זענען שוין פארואונדעט געווארן צוליב די גרובער, אבער עקספערטן ווארענען אז  דאס קען יעצט קאסטן לעבנס, און שטעלט אין געפאר די דערפלעך ארום דעם ים המלח, הויפטזעכליך די גרויסע קיבוץ עין גדי, וואס האט שוין געליטן פון עטליכע אזעלכע גרובער, אבער עס הערשט א געפאר אז די פולע גרובער וועלן צווינגען די אויטאריטעטן צו גענצליך עוועקיואירן דעם דארף אויס זארג פאר פאטאליטעטן.

די ים המלח פארלירט ריזיגע קוואנטומס פון וואסער יעדעס יאר, און לויט די יעצטיגע טעמפא וועט די גאנצע ים עלימינירט ווערן אין די נאנטע צוקנופט, די וואסער אין ים המלח גייט אראפ יעדעס יאר מיט ארום אנדערטהאלבן מעטער וואס איז ארום 5 פוס.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל