פאריז – פראנצויזישע אידן האבן רעאגירט מיט אויפברויז, נאכדעם ווי ס'איז באריכטעט געווארן אז דער מוסולמענער פארשוין, וועלכער האט מיט עטליכע וואכן צוריק דערמארדעט קאלטבלוטיג א אידישע פרוי, וועט מעגליך בכלל נישט אויסשטיין קיין פראצעס. דער פארשוין - קאַדאַ טאַאָרע (Kada Taore), פון מאַלי - האט דערמארדעט די פרוי שרה חאלימי הי"ד (Sarah Halimi), וועלכע איז געווען א באקאנטע לאנגיעריגע לערערין אין א לאקאלער אידישער שולע, אין א ברוטאלער אטאקע דורכ'ן איר אראפשטופן פון א הויכער געביידע, אבער די ריכטער זאגן אז די לויערס פונעם פארשוין האבן געברענגט קלארע באווייזן אז דער פארשוין ליידט אויף גייסטישע קרענק און איז נישט געווען מיט אלעמען בשעת'ן דורכפירן די אטאקע, וואס דעריבער וועט ער מעגליך גיין פריי און נישט אפילו ווערן פראצעסירט, ווייל מ'קען נישט אויפווייזן אז ער האט דאס געטאן טאקע מיט'ן באוואוסטזיין אומצוברענגען די פרוי.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל