מאסקווע – אין פרישע פארעפנטליכטע קאמענטארן פונעם אינטערוויו וואס דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט געגעבן פאר דער אמעריקאנער "ען-בי-סי ניוז" סטאנציע, זאגט ער אז ער האט קיינמאל בכלל נישט גערעדט דירעקט צו מייקל פלין – טראמפ'ס געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, וועלכער האט פארלוירן די פאזיציע צוליב אויפדעקונגען אז ער האט קאמיוניקירט מיט די רוסן און ליגנט געזאגט דערוועגן. פוטין און פלין זענען פאטאגראפירט געווארן זיצנדיג איינער נעבן דעם צווייטן ביי איין טיש ביי א פארזאמלונג אין דעצעמבער יאר 15' פאר די רוסישע פראפעגאנדע נייעס אגענטור "אר-טי". פוטין זאגט אז ער האט סתם געשמועסט מיט יעדן ביים טיש, און ניטאמאל געוואוסט ווער פלין איז, און ערשט נאך דער פארזאמלונג האבן אים זיינע געהילפן געזאגט, אז יענער וואס איז געזעסן נעבן אים איז א הויכראנגיקער אמעריקאנער מיליטערישער פיגור.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל